אַן אָפּרוף
מיט אַ וואָך צוריק האָט די כאַליאַסטרע פֿון ייִדישיסטן אין לאָס אַנדזשעלעס געזען דעם פֿילם אין קינאָ וואָס הייסט שטטל. דאָס פֿילם איז געווען אויף ייִדיש אין גאַנצן, מיט אַ פּאָר מינוטן פֿון דיאַלאָג גערעדט אויף אוקראיניש, און עס װײַזט אונדז א שטעטל אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן עקזיסטענץ, דער טאָג איידער די דײַטשן זײַנען אַרײַנגעקומען. אינעם פֿילם מע זעט אַ וועלטל צווישן וועלטלעך, אַ גאַנץ וועלט אין אַ קליינעם שטעטל (וואָס עקזיסטירט נישט אויסער אין דעם פֿילם) וועגן דעם װאָס איך האָב געלייענט און וואָס איך האָב אײדער נישט געקענט זיך אײַנבילדן.
ווי קען מען זיך אײַנבילדן אַן אָרט וואָס מען האָט קיינמאָל נישט געזען? אַן אָרט וואָס עקזיסטירט מער נישט–אַ וועלט וואָס הײַנט ליגטנאָר אין אונדזער כוח־הדמיון?
איך האָב געלייענט אַ סך מעשות וועגן שטעטלעך צוליב מײַן אַרבעט אין גראַדוירשול און בײַ ייִדישע שפּראַך–לערנען. אָבער נאָך זען דעם פֿילם, ווייס איך אַז איך האָב קיינמאָל נישט געזען דאָס שטעטל, און מסתמא האָב איך אויך נישט געקענט זיך אײַנבילדן.
דער טאָג איז אויכעט געווען מיט אונדז אין קינאָ דער הויפּט-אַקטיאָר פֿונעם פֿילם, משה לאָבעל. אינעם פֿילם שפּילט ער די ראָלע פֿון מענדעלע, אַ בחור וואָס איז אוועקגעפֿאָרן פונעם שטעטלֹ קיין קיוו מיט גרויסע חלומות צו ווערן אַ פֿילם–רעזשיסאָר. אינעם פֿילם רעדט ער אָפֿט וועגן דער קראַפֿט פֿון פֿילמען–אָט זאָגט ער דעם שטעטל־רבין אַז פֿילמען קענען דערצײלן מעשות מיט גרויסן באַדײַט, אַזוי ווי די מעשות פֿון תורה און חסידות. (אפשר איז דער הויפּט–כאַראַקטער אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם פילם–רעזשיסאָר אַלײן, אַדי וואַלטער?)
דער הויפּטאַקטיאָר האָט אונדז דערציילט אַז זיי האָבן אויפֿגעבויט דעם גאַנצן שטעטל פֿון גאָרנישט פֿאַרן פֿילמירן. מע האָט געבויעט די הייזער, געבויעט דעם בית–הכּנסת, דעם מאַרק, דעןם מויער צווישן שטעטל און וואַלד, דאָס אַלץ. זיי האָבן געקוקט טויזנטמאָל אויף בילדער פֿון שטעטלעך און שטעטל–לעבן. ס׳איז געווען נויטווענדיק עס צו בויען פֿון גאָרנישט, ווײַל די שטעטלעך און זייערע בנינים נאָך נישט עקזיסטירן. ס׳איז געווען זייער אַ גרויסע פֿאָרשונגס–פּראָיעקט, און אַ טײַערע בויענס–פּראָיעקט אויך, אונדז צו לאָזן זען אַזא פֿאַרגאַנגענע וועלט ווי דעם שטעטל.
און איך בין דאַנקבאַר. נאָך זען דעם פֿילם האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן אַ ביסל היסטאָרישע פֿיקציע וועגן אַ שטעטל אויך. מײַן מעשה איז אָבער אַ ביסל אַנדערש, ווײַל איך שרײַב וועגן פֿערדן… נו, דאָס מאַכט נישט אויס. ס׳איז וויכטיק, אַז איך האָב אויסגעפֿונען אַז איך װײס אַזוי ווייניק פֿונעם שטעטל.
דער פֿילם איז געווען זייער א גרויסע מחיה צו זען, און איך וועל זאָגן אַז איך האָב געהאַט אַ דערפאַרונג אין רוח און נשמה אַז איך בין געווען אין קינאָ. אָבער, איך מיין אַז עס איז אויך וויכטיק צו שטעלן פֿראַגעס און אויך קריטיקירן אין אונדזערע ייִדישע קהילות. נו, וואָס איז אַ ייִדישע קהילה אָן קריטיק און אָן פרײַנטלעכע װיכּוחים?
איך מיין אַז מעשות וועגן שטעטלעך האָבן אָפֿט מאָל עפּעס אַ משיחדיקער פּראָטאַגאָניסט. דאָס איז נישט עפּעס נײַ–אינעם ליד ’מאָניש’ פֿון דעם גרויסן ייִדישע דיכטער י. ל. פרץ, מיר זעען אויך אַ ישיבֿה–בחור וואָס איז כּמעט אָן דעפֿעקטן. מיר (דער עולם) שעפּן נחות פֿון אים און האָפֿן אַז ער וועט נישט פאָרן אַוועק פֿון קהילה מיט זײַנע גרויסע טאַלענטן. אין שטטל אויך איז מענדעלע אַזאַ כאַראכטער. אינעם פילם קריגט ער אַ ביסל מיט אַנדערע בחורים, און אַלע די מענער קריגן צוזאמען וועגן וואָס וועט זײַן מיטן שטעטל. אַ גרופּע פֿון זיי זײַנען קאָמוניסטן וואָס גלויבן נאָר אין סטאַלינען, און אנדערע זײַנען חסידים וואָס גלויבן אין השם, הלכה און טראַדיציע. מענדעלע, דער פּראָטאַגאָניסט איז דער איינציקער וואָס קען ברענגען אַלעמען צוזאמען. נאָך אַ טענה: מענדעלע איז צוריקגעקומען אין שטעטל ערשט מיטצונעמען זײַן באַשערט, יונאַ, מיט אים װען ער וועט צוריקפאָרן קיין קיוו. מיר הערן נישט פֿון איר וועגן אירע וווּנטשן, און מיר וויסן נאָר אַז, אוודאי, זי וויל זענען אַ כּלה צו מענדעלע דער חתן. וואָס מיינט זי וועגן שטעטל און שטאָט, חסידות און קאָמוניזם?
איך שטעל די אָ טענות נאָר צו דעמאָנסטרירן, אַז נאָר איין פֿילם וועגן דעם שטעטל איז ניט גענוג. מיר מוזן הײַנט װײַזן אַנדערע שטעטל–מעשות, און איך האָב אַ נײַע אינספּיראַציע נאָך זען דעם פֿילם. מיר קענען אײַנבילדן אַזוי פֿיל שטעטלעך.
