Klezcummington Festival (in Yiddish)

דער פֿריערדיקער סוף־וואָך בין איך געפֿאָרן קיין מערב־מאַסאַטשוסעטס צו זען אַ קלעזמער־און־ייִדיש־פֿעסטיוואַל וואָס הייסט ’קלעזקומינגטאָן.‘ דער נאָמען פֿלעכט צונאויף דעם נאָמען פֿונעם אָרט מיט דעם סטיל פֿון דער מוזיק וואָס איז געשפּילט געוואָרן פֿון מזרח–אײַראָפּעישע ייִדן פֿאַר דער מלחמה. אין דעם אמתן ,ס׳איז נישט סתם אַ מוזיק־פֿעסטיוואַל, נאָר אַ וועלט–בויענען־פּראָיעקט, וואָס לייגט זיך אויפֿן יסוד פֿון ייִדיש, קלעזמער, און ראַדיקאַלע פּאָליטישע באַוועגונגען.

אָט דער דריטער טייל האָט מיר פֿאַרחידושט. עס איז שווער בײַ מיר צו געדענקען זײַן אין אַ ייִדישע קהלה שׂמחה, חוץ דווקא אַ פּאַליטישע באַוועגונגס–געשעעניש, וואָס אין דעם זאָגט מען פרײַ אַז מיר האָבן נישט קיין ליב די פֿאַרייניקטע שטאַטן––ס׳איז געווען דעם 4טן יולי, אָבער קיינער זאָגט ניט עפּעס וועגן דעם אין דעם גאַנצן טאָג––און אין דעם קען מען רעדן פֿרײַ וועגן אונדזער אונטערשטיצונג פֿאַר לינקישע פּאָליטישע באַוועגונגען. ס׳איז ניט געווען קיין קעמפֿן צווישן ייִדן בשעת די גאַנצע צוויי טעג וואָס מיר זײַנען געווען צוזאַמען אינעם אָרט. כ׳האָב באַמערקט אַז ווען מיר רעדן ייִדיש, צו קעמפֿן פֿרײַנדלעך איז יאָ מעגלעך, אָבער ערנסטע קעמפֿן באַװײַזן זיך נישט אָפֿט.

דער ערשטער מאָמענט וואָס איך בין אַרײַנגעגאַנגען אויפֿן באָדן פֿונעם פֿעסטיוואַל־אָרט, האָב איך זיך געפֿילט ווי איך וואָלט געװען אַרײַן אין אַ בלעזל, אָדער ווי איך וואָלט געהאַט ארײַנגעקומען אין אַ שלאָס. די אַלע מענטשן וואָס איך האָב געזען זײַנען געווען קוויר, צופֿרידן, אי שפּילן, אי טאַנצן, אי זיך אָפּרוען. ס׳זענען געווען קליינע קינדער וואָס רעדן נאָר ייִדיש אָדער ייִדיש מיט אַ פּאָר ענגלישע ווערטער. זייערע טאַטע־מאַמעס זײַנען נישט רעליגיעז, און האָבן באַשלאָסן אויפֿצוּוואַקסן די קינדער אויף ייִדיש צוליב אַנדערע סיבות.

דער פֿעסטיוואַל האָט געהאַט אַ געמיש פֿון װאַרשטאַטן, אין װעלכע די ייִדישיסטן האָבן גערעדט וועגן זייערע פּראָיעקטן און דערצײלט זייערע איבערלעבונגען און עצות, טאַנץ–קלאַסן, קהלה־קונסט–בויען פּראָיעקטן, קלעזמער־קאָנצערטן אא׳װ. צווישן דעם מוזיק און די קלאַסן און די װאַרשטאַטן האָבן מיר גערעדט וועגן לעבן און פּאָליטיק.

מײַן באַליבסטער מאָמענט פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען אונדזער פֿלישלאַנג־צערעמאָנויע. בעת דעם פֿעסטיוואַל האָט מען געזאַמעלט געלט צו שיקן צו אַ שטעטל אינעם מערבֿ־ברעג אין פּאַלעסטינע, וואָס װעל אויך אויסשטעלן אַ פֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַל. אין פֿאַרלויף פֿון דעם סוף–וואָך האָבן מענטשן און קינדער געמאַכט פֿלישלאַנגען מיט גרוסן פֿאַר די קינדער אין דעם שטעטל אין פּאַלעסטינע. אין דער צערעמאָניע, האָט עמעצער וואָס איז נײַ צוריקגעקומען געווען פֿונעם מערבֿ־ברעג געלייענט די נײַעס צו די פֿאַרזאַמעלטע מענטשן, און מיר האָבן געהאַט אַ שווײַג–מאָמענט, פֿול מיט כּוונה און האָפֿענונג, אַז די קינדער דאָרטן זאָלן פֿילן זיך פֿרײַ און צופֿרידן, און אַז עס זאָל זײַן מעגלעך צו האַלטן זייער פֿלישלאַנג־פֿעסטיוואַל.

ווען מיר רעדן װעגן דער פֿרײַהײט, עס קען זײַן זייער שווער צו וויסן וועגן וואָס מע רעדט. איז עס נאָר אַ בלויז פֿון מניעות, און די געזעצן וואָס מאַכן אונדז אומפֿרײַ? אָדער איז עס אַן ענין פֿון מענס מעגלעכקײַט, צו זײַן גליקלעך און געזונט, מיט אַ גערעכט אויף אַלץ וואָס דאָס געזונטע לעבן נייטיקט? איך מײן אַז דער גאַנצער פֿעסטיוואַל האָט געהאַט אַזאַ געפֿיל פֿון פֿרײַהײַט. קוויר מענטשן, וואָס זעען נישט אויס ווי מענער אָדער פֿרויען, האָבן געהאַט ליב אײנער דעם אַנדערן און געקושט. קינדער האָבן פֿרײַ געשפּילט. און איך מיין אַז די פֿלישלאַנג איז ניט נאָר אַ שפּילצײַג, נאָר אויך אַ סימבאָל פֿון גליקלעכע קינדער און פֿרײַהײט, וואָס איז אפֿשר אַ ביסל ווי אַ פֿלישלאַנג אין דער לופֿטן.

Previous
Previous

The Worst of the Rebuke

Next
Next

Treatise on Tolerance