The Jewish Book Arts Collective

דזשיי סאַפּיר, וואָס האָט געגרינדעט אַ ייִדישע דרוק אין דעם זעלבן בנין פֿון מײַנע קלאַסן. עס איז דאָ אַ קליינע גרופּע מענטשן וואָס האָבן זיך אָרגאניזירט און געשאַפֿן דרוק–פּראָיעקטן, װאָס רעכנט אַרײַן האַנט–געבינדעטע ביכער, פּלאַקאַטן, און חתונה–אײַנלאָדונגען װאָס זענען לעצטנס אַרויס. הייסן זיי אויף ענגליש ’’Jewish Book Arts Collective.‘‘ די פֿריערדיקע וואָך בין איך געווען אַזוי מזלדיק צו באַקומען אַ געלעגענהײַט צו באַזוכן אַ חבר,דזשיי, די פֿרײַנדינע וואָס האָט מיר געגעבן אַ טור, איז די גרונדערין פֿונעם פּרעס ״פּאַשקעוויל״. זי האָט געגרינדעט דעם קאָלעקטיוו מיט יעקב ראָם, וואָס האָט אויך מיך דאָרט באַגעגנעט יענעם טאָג. דער קאָלעקטיוו אַרבעט צו באַערן די טראַדיציע פֿון דער ייִדישער דרוק־קולטור דורך לעטערפּרעס.

דער קאָלעקטיוו געפֿינט זיך אויף אַ העכערען עטאַזש פֿון אונדזער בנין, און קוקט אַראָפּ אויף אַ שיינעם, ריזיקן אַרויסקוק אויף לאָער מאַנהאַטאַן. אפֿשר אַ מאָל האָבן ייִדישע דרוק–אַרבעטערס געאַרבעט אין אַ פּאָר פֿון די אַנדערע בנינים וואָס מיר האָבן געזען דאָ. 

דער קאָלעקטיוו האָט דאָס יאָר געקויפֿט דרוקן (ד׳׳ה printing presses) פֿון אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט זיי, ווײַל די דרוקן אַליין זײַנען זייער אַלטמאָדיש און הײַנטצוטאָג זײַנען זיי נישט ניצליך. פֿאַר נישט אַזוי פֿיל געלט האָבן די חברים געקויפֿט עפּעס וואָס איז אַ מאָל געווען דער איינציקער וועג צו פֿאַרשפּרײטן רעינות אויף פּאַפּיר. מע ניצט כּלערליי קליינע מכשירים, ווי קליינע שטיקן וואָס מע שטעלט צווישן און אַרום די אותיות אויף אַ פּלאַטע וואָס וועט ווערן געדרוקט. 

איך האָב דזשיי געפֿרעגט, וואָס פֿאָר אַ יחוס דאַרף מען האָבן כּדי צו דרוקן עפּעס אויף אַזאַ דרוק? זי האָט מיר געענטפֿערט––סײַ ווייניקער די יחוס, סײַ בעסער! און האָט מיר דערציילט אויף טריט און שריט וואָס פּונקטלעך מע טוט מיט יענע קליינע כלים פֿון אַ דרוקערײַ. איך און מײַן חבר משה האָבן געדרוקט אַ פּאָר שיינע, ראָזע פּאַפּירן מיט אונדזערע נאָמענס אויף זיי. ערשט האָבן מיר געזאַמלט די אותיות, נאָך דעם האָבן מיר געשטעלט זיי אלע וווּ זיי זאָלן גיין, און געשטעלט קליינע שטיקן וואָס הייסן מעבל ("furniture") צו פֿאַרהיטן די אותיות פֿון רוקן זיך אַהין און אַהער, און נאָך דעם האָבן מיר געשפּרײט פֿאַרב אויף די אותיות. סוף–כל–סוף האָבן מיר אַראָפּגעלייגט פּאַפּיר און געדרייט דעם דרוק. נאָך דעם, האָבן מיר שוין געדרוקט אונדזערע נאָמענס מיט אמתע אַמאָליקע ייִדישע האָלצענע טײַפּ פֿון איבער אַ הונדערט יאָר צוריק. כּדי צו זײַן אַ ביסל הילפֿיק, האָב איך געהעלפֿט רעסטאַוורירן אַ וואַנדערקוק פּרעס.

עפּעס אינטערעסאַנט איז אויפֿגעקומען אַז איך האָב גערעדט מיט די הויפּטמענטשן פֿונעם דרוקערײַ־קאָלעקטיוו. דזשיי האָט דערציילט וועגן יעקב, אַז זײַן צונאָמען הייסט ’ראָם.׳ ׳קענסטו דעם ליד, ׳׳די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ?׳׳ האָט דזשיי מיך געפרעגט. אוודאי בין איך באַקאַנט מיט דעם געזאַנג! אַ מאָל, מיט אַ פּאָר יאָרן צוריק, איז עס געווען מײַן ליבלינגסליד און איך האָב אַ טייל פֿון זיי אײַנגעחזרט.

דאָס ליד איז געשריבן געוואָרן פֿון אברהם סוצקעווער, און עס דערציילט די מעשה פֿון אַ פּלאַן וואָס איז קיין מאָל נישט געשען, אָבער טאַקע געפּלאַנעט געוואָרן אין דער ווילנע געטאָ. ראָמס דרוקערײַ איז געווען זייער אַ גרויס געשעפֿט, און די פֿרוי ראָם וואָס האָט צוגעפֿירט דעם איז זייער באַרימט ווײַל ראָמס דרוקערײַ האָט געמאַכט דאָס איקאָנישן תלמוד דף וואָס אלע קענען הײַנטצוטאָג. אינעם ליד, דערציילט סוצקעווער ווי דער קעגנשטאַנד האָט געפּלאַנט צו צעשמעלצן די פּלאַטעס, דאָס הייסט די בלײַענע אותיות מיט וואָס מע דרוקט שריפֿט, און צו שאַפֿן פֿון זיי קוילן. 

דער גרינדער פֿונעם קאָלעקטיוו, יעקב ראָם, האָט ווײַטער דערציילט, אַז עס איז געווען דאָ פּראָבלעמען בײַ דער אַמאָליקער דרוקערײַ, ווײַל זיי האָבן נישט גאַנץ גוט באַהאַנדלט די אַרבעטערס. אָבער ער האָט יאָ זייער יחות, און הײַנט זאַמלט אַ טייל פֿון די לעצטע אָביעקטן פֿון דער היסטאָרישער טעכנאָלאָגיע. אַז מיר האָבן עס גענוצט, האָב איך געהאַט אַ געפֿילֹ אַז אפֿשר, די מוסקלען געדענקען ווי אַזוי עס צו טאָן.

 

Previous
Previous

Lives Full of Hopes and Dreams

Next
Next

Meritocracy is a Lie