רײַזע־בלאָגעס

עס שטעלט זיך די פֿראַגע, ״װאָס טוען די חסידים מיט דער אינטערנעץ?״ דער ענטפֿער: שאַפֿן דער אויפֿקום פֿון דער ייִדישער שפּראַך װאָס קען יאָ צונויפֿפֿלעכטן דעם מאָדערנעם אינהאַלט מיטן מאַמע־לשון. עס זענען פֿאַראַן פּאָדקאַסטן, אַװדאי אין קול מבֿשׂר; װאָס איז מער אינטערעסאַנט זענען די װידעאָס געמאַכט נאָך אַ מוסטער פֿון פּאָפּולערע נישט־ייִדישע יוטוב פֿילמען: רײַזע־בלאָגן, לעבענס־שמועסן, אא׳׳װ. 

נישט לאַנג צוריק האָט ר. האָלאַנדער מיר באַמערקט אַז צװישן חסידים, עס געפֿינט מען נישט קײן סך נײַגעריקײט. איך האָב געטענהט אַז אַ מאָל, אפֿשר איז דאָס אמת, אָבער הײַנט צו טאָג, אַלץ פֿון דעם איז משה־קאַפּויער — איך האַלט אַז זײ זענען נײַגעריקער פֿון דער װעלט װי אונדז!

גיט אַ קוק אויף צװײ באַזונדערע רײַזע־װידעאָס: בײדע אַרומפֿאָרערס פֿאָרן קײן גואַטעמאַלע און טרעפֿן זיך מיט דעם היגען חבדסקן רבין כּדי צו כאַפּן אַ כּשרן נאַש. אָבער זײ גײען אין צװײ פֿאַרשידענע ריכטונגען: אײנער, װאָס פֿאָרט אײנער אַלײן, באַזוכט צװיי באַהאַלטענע ייִדישע קהילות אין דער גואַטעמאַלישער װילדערניש: אַ זײער פֿרומער קהילה פֿון גרים, און דער שטענדיק־אַנטלויפֿנער קולט, לבֿ טהור; דער צװײטער, פֿאַקטיש אַ גרופּע, קלעטערט אַראָף אַ באַרג אַ װוּלקאַן װאָס איז זײער באַרימט צװישן זײ װאָס האָבן אַן אינטערעס אין פֿאָרן קײן גואַטעמאַלע.


Next
Next

The Jubilee and Henry George