דער מלמד
דער מלמד פֿון אַ מאָל באַקומט נישט קײן בכּובֿדיקן אָרט אין דער אַלטער הײם, סײַ צװישן די קינדער, סײַ פֿון די װאָס האָבן זיך דערמאָנענן אין זײערע קינדעריאָרן װעגן זײערע דערפֿאַרונגען אין חדר. ער האָט צװײ שיטות פֿון לערנען: דאָס זיסװאַרג און די שטראָפֿן (ד.ה., שמײַסן). ער איז אויפֿן נידעריקסטן שטאָפּל פֿון לעבן, דאָס איז זיכער.
אַ דאַנק אָט די מעשׂוית, בלײַבט אַ ביטער געשמאַק אין מויל װען איך זאָג נאָר אַז איך האָב פּרנסה פֿון פֿאַרשידענע מלמד־שטעלעס. איך בין יאָ אַ רבֿ, אָבער דאַרף איך מוטשען זיך אינעם לערנען אַלף־בית, זײַן אַ קרבן פֿון קינדער־שפּאַס און געשרײַ, אא׳׳װ? אָבער װער פֿאַרמאָגט דעם טעם־גן־עדן פֿון הערן אַ מײדל לײענען רש׳׳י אויף אַ קול?
דעם אמת געזאָגט, האָב איך נישט גוט אָנגעהויבן. איך האָב נישט געהאַט קײן אַננוג װאָס זאָל די קינדער זיך פֿירן, אָדער װאָס זאָלן זײ דערװאַרטן פֿון מיר. מיט די דערװאַקסענע לערנערס, האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען װי גרויס זאָל זײַן די שריט פֿון אונזדערע מאַרשעס דורך די טעמעס פֿון לערנבוך. דורך דער צײַט, עס איז מיר קלאָר, דאָס איז מײַן גורל, מײַן עול־מלכות־שמיים, װאָס איך באַקום מיט שׂמחה־רבה. איך האָב ליב צו זען תלמידים זײַנען זיך מתעסק מיט די סאַמע טיפֿסטע באַגריפֿן פֿון אונדזער פֿאָלק יִשׂראל, און אויך די גראַמאַטיק פֿון לשון־קדוש און מאַמע־לשון בײדע.
איך האָב געהאַט אַ ביסל מורא צו לערנען אַ קלאַס פֿון דערװאַקסענע סטונדענטן יודאַיזם, אין אַ קלאַס װאָס דויערט כּמעט 3 שעה. איך װאָלט נישט געהאַט קײן מורא בכלל װאָלט איך געװוסט אַז איך האָב שטאַרק ליב צו פּרײדיקן גאַנצע תקופֿות. נאָך אַ בײַשפּיל, פֿאַר װאָס איך בין אַ מלמד.
מײַנע אַנדערע חלומות זענען נישט פֿאַרװאָרפֿן, טאָמער איר מײנט אַנדערש. אָבער דאָס איז אַ פֿראַגע פֿון פּרנסה. איך האָב געצילעװעט אָנבאָטן מער מענטשן צו לערנען מיט מיר דורך דעם דאָזיקן עסײ. האָט עמעצן אין זינען? איך בין טאַקע גרײט.
