The Lost Coast (in Yiddish)

ווען אַ באַרג גייט אַראָפּ דירעקט אינעם ים, ווי הייסט דאָס? ווען ס׳איז ניטאָ קיין וועג מיט װאָס מע קען גיין צופֿוס, צוליב די שטאָציקע אַראָפּהאַנגען פֿון די בערג וואָס שטייען אַזוי הויך און די כוואַליעס פֿונעם ים לויפֿן אַנטקעגן זיי, ווי אַזוי זאָל מען עס רופֿן, ווי אַזוי קען מען זײ אַריבערגײן?

אַזעלכע פֿראַגעס זײַנען אַליין אַ בילד פֿונעם פֿאַרלוירענע ברעג־ ים––דאָס הייסט "the lost coast"––אַן אָרט אין װעלכן איך בין געגאַנגען די לעצטע וואָך. עס איז דאָ אַ לאַנגע סטעטשקע וואָס גײט 24 מײַלס אין דער לאַנג און אויף דעם קען מען שפּאַצירן מיט נאָר אַ רוקסאַק, אַ ביסל עסן און אַ פּאָר טעג אָן פּלענער. איך בין געגאַנגען מיטן חבר לכּובֿד מײַן געבאָרטסטאָג.


די מערהײט פֿון שפּאַצירערס װעקן זיך אויף זייער פֿרי כּדי אַריבערצוגײן די שווערסטע טיילן פֿונעם וועג, ווען דער ים־פֿלייץ איז אַ צופֿלייץ און די כוואַליעס קומען נישט אָן אַזוי נאָענט צום דרך. אָבער, איך בין נישט קיין אין־דער־פֿרי־מענטש און מיר האָבן נישט געוואָלט דאָס טאָן. אַנשטאָט דעם, האָבן מיר געמאַכט די זעלביקע רײַזע מיט אַן אָפּפֿלייץ, אַז די כוואַליעס זײַנען אין גאַנצן נאָענט צום דרך. מיט יעדע כוואַליע, איז עס דאָ אַ שרעקלעכע מעגלעכקײט אַז מע קען װערן גענומען אינעם טיפֿן ים. 


איך האָב נישט קיין מורא געהאַט. מיר זענען פּאַמעלעך געגאַנגען און מיט יעדן שריט, געגעבן אַ קוק אויף רעכטס צו זען ווי אַזוי באַװײַזן זיך  די קומעדיקע כוואַליעס. מיר האָבן זיך געלערנט אין ערנסט , אַרײַןצוכאַפּן אין מוח דעם מוסטער פֿון די כוואַליעס. איך האָב אַנטװיקלט אַן אינטויציע צו ווען זיי זאָלן קומען, און ווי גרויס.

די פֿיס זײַנען אַ ביסל נאַס געוואָרן אָבער מיר זײַנען געווען אָקיי. מיט נאָר צוויי נעכט האָבן מיר די גאַנצע שפּאַציר דערענדיקט. איך האָב געטראַכט וועגן לאַנדשאַפֿט איבער די אָ טעג. בײַ יצחק לוריא און די צפתער בעלי־קבלה האָט די בערג פֿונעם גליל אַ הייליקע לאַנדשאַפֿט. בײַ די חסידים אין מיזרח אײַראָפּע, זײַנען די קאַרפּאַטישן בערג און אַנדערע לאַנדשאַפֿטן דאָרט אויך הייליק ווײַל די גרויסע צדיקים האָבן דאָרט געוווינט און געוואַנדערט. און בײַ אונדז, די הײַנטיקע מיסטישע ייִדן פֿון צפֿון–אַמעריקע, עס איז דאָ אויך אַ הייליקע אָרט.

Previous
Previous

A Windfall of Musicians: Hitler’s Emigre Exiles in Southern California (Part 2)

Next
Next

The Bird’s Nest