The Day I Became a Fish (in Yiddish)
מיט זעקס טעג צוריק בין איך אַריבערגעקומען אויף אַן אינדזל וואָס הייסט ’ראָאַטאַן’ אינעם לאַנד האָנדוראַס. עס איז אַן אינדזל פֿון לאָקאַלע, שפּאניש–רעדנדיקע מענטשן און אויך אַ סך אַמעריקאַנישע טוריסטן. די משפחה האָט ליב צו רײַזן אויף אינדזלען מיט וואַרעמען וואַסער און שווימען צװישן די פֿיש.
דאָס מאָל האָּב איך אַנטשלאָסן זיך צו לערנען ווי אַזוי זיך אונטערצוטוקן. דאָס איז אַ גרויסער חלום פֿאַר אַ סך מענטשן וואָס האָבן שטאַרק ליב דעם ים, אָבער פֿאַר מיר איז עס געווען א לאַנגע צײַט אַ קאָשמאַר. מיט זעקס יאָר צוריק בין איך געשטעקט געוואָרן פֿון אַ שטעך–פֿיש (stingray). איידער דעם האָב איך אויך געהאַט מורא פֿון דעם ים, וואָס איז אַזוי טיף און קראַפֿטיק, מיט אַזוי פֿיל שרעקלעכע חיות דערין.
הײַנט, איז עס שוין געווען אַ לאַנגע צײַט נאָך דעם אינצידענט מיטן פֿיש. איך וויל אים אַנטשולדיקן; אין דער אמתן האָב איך אים געטראָפן מיטן פֿוס, וואָס נאָך װאָלט ער געקענט טאָן? אָבער עס איז אויך אמת אַז דאָס איז געווען די גרעסטע וויי אין מײַן לעבן––דאָס איז נישט קיין פֿראַגע.
איך בין שטאָלץ מיט דער פֿאַקט אַז איך האָב נישט געלאָזן מײַן מורא האַלטן מיר פֿון לערנען זיך זיך אונטערצוטוקן.
עס איז נישט אַזוי שווער, און נישט אַזוי מוראדיק, און נישט אַזוי סכּנהדיק זיך צו אונטערטוקן ווי עס האָט זיך מיר געדאַכט. פֿאַר אַ סך זאַכן, עס איז דאָ נאָר אַ פּאָר פּרינציפּן צו פאָלגן: מע מוז אָטעמען אַלעמאָל, אַרויפֿגיין פּאַמעלעך צום לופֿט נאָכן טוק, און קײן אײן מאָל נישט אונטערטוקן אַליין. די ערשטע צוויי טעג, האָב איך זיך געלערנט ווי אַזוי צו אָטעמען אונטערן וואַסער און אַ פּאָר אַנדערע וויכטיקע זאַכן.
און וואָס האָב איך געזען? אזוי פֿיל, כּלערליי פֿיש: פּאַראָטפֿיש, סנאַפּערס, מלאכפֿיש, און מער. איך האָב געזען אַ גאָרטן פֿון ווענגערס, וואָס לעבן אין דעם זאַמד און שטעקן אַרויס נאָר דעם קאָפּ אינעם וואַסער. און נאָך שיינער ווי די פיש איז געווען דער קאָראַל.
קאָראַל איז לעבעדיק, ווי גראָז און ביימער לעבן. אָבער עס איז אַנדערש ווײַל די פּאָליפּס, די זייער קליינע באַשעפֿענישן וואָס זײַנען די אויסערלעכע סטאַלקעס פֿונעם קאָראַל, מאַכן קאַלכשטיין וואָס בלײַבט נאָך די פּאָליפּס אַלײן זײַנען געשטאָרבן. דער אינדזל וווּ איך בין, און דער גרונד אונטער אונדז איצט, איז געמאַכט פֿון קאָראַל. עס איז אַזוי שיין און וווּנדערלעך צו זען די פּראָצעס, וואָס האָט געבויט דער לאַנד אַליין, מיט די אייגענע אויגן.
עס איז דאָ אַזוי פֿיל לעבן אונטערן וואָסער, ווי אַ וואַלד אין גאַנצן געפֿילט מיט חיות. אין וואַלד אָבער האָבן די חיות מורא פֿון מענטשן, און די פֿיש האָבן עס ניט. איין פֿיש האָט מיר געפאָלגט צען מינוט, צו זען וואָס איך טאָן און וווּהין איך שווים! אַ סך קליינע דאַמזעלפֿיש זענען געשוווּמען אַרום אונדז אין א שול בשעת מיר זײַנען אַראָפּגעקומען פֿונעם שיפֿל. איך האָב נישט געוווּּסט אַז פֿיש זײַנען אַזוי נײַגעריק.
און דער קאָראַל, ווי איך האָב געזאָגט, איז אויך לעבעדיק. אַז איך ווײס דאָס, וווּנדער איך: זײַנען אויך די פֿעלדזן און שטיינער אונטער אונדז אויף לאַנד לעבעדיק? אפֿשר אין אַ וועג וואָס מיר קענען נאָך נישט פֿאַרשטיין? די וועלט איז אַ מיש–מאַש, פֿון וואָס לעבט און וואָס לעבט ניט.
