Rebbe Nachman’s Story of the Only Son (in Yiddish)

די וואָך האָב איך געלייענט אַ פּּאָר מעשיות פֿון דער זאַמלונג ר׳ נחמנס וואָס הייסט סיפורי מעשיות. איינע פֿון זיי איז אַ מעשה מיט אַ רב און מיט אַ בן–יחיד. די מעשה דערציילט וועגן אַ וועלט װאָס איז נישט קײן כּשפֿדיקע, נאָר גאַנץ גלײַך מיט דער עכטער, און עס מאָלט אויס פֿאַר אונדז פּראָבלעמען וואָס מיר אַלעמען קענען שוין. עס איז עפּעס אַ משפּחה–דראַמע, מיט די בײזע פּיטשעװקעס, דעם טרויער און די אומפֿאַרשטייענישן וואָס אַלעמאָל געפֿינט מען אין משפּחות.

די מעשה דערציילט וועגן דעם בן–יחיד, ד׳׳ה דער איינציקער זון, פֿון אַ רב וואָס איז אויך אַ גביר. צוליב זייער רייכקייט, קען דער זון אַלעמאָל לערנען און דאווענען. און ער טוט אַזוי, אָבער ער פֿילט עפּעס אַ חסרון צו וואָס ער קען נישט גענוי אידענטיפֿיצירן . ער פֿרעגט בײַ זײַנע חברים, די יונגע לײַט, וואָס זאָל ער טאָן; זיי הײסן אים: גיי צום צדיקן!

דער בן–יחיד פֿרעגט אויך בײַ דעם טאַטן, אָבער ער וויל נישט אַז דער זון זאָל גיין. פֿונדעסטװעגן גייען זײ צוזאַמען, און דער טאַטע זאָגט אַז ווען עפּעס געשעט װאָס איז זײ נישט אין גאַנצן גרינג און פּערפֿעקט, זאָל עס זײַן אַ סימן זיי זאָלן צוריקקערן.

אויפֿן וועג צום רבן, גייען זײ איבער אַ קליינעם בריקל און דאָס פערד פֿאַלט און דער װאָגן קערט איבער. דער טאַטע זאָגט אַז עס איז א סימן, און זיי קערן צוריק.

דאָס קליינע בריקל איז אַ וויכטיקער סימבאָל בײַ ר׳ נחמנען. עס איז באַװוסט אַז ער האָט געזאָגט אַז די גאַנץ וועלט איז אַ קליינע בריקל, און די וויכטיקסטע זאַך איז נישט צו האָבן קיין מורא.

די פּראָבלעמען אין דער מעשה, כנ׳׳ל, זענען פּראָבלעמען וואָס מיר אַלעמען קענען נאָך אין דעם הײַנטיקן טאָג. עס זענען דאָ קעמפֿן צווישן די חסידים און די מתנגדישע רבנים (ווי דער טאַטע אין דער מעשה,) און צווישׁן אַלטע און יונגע לײַט. זיי קעמפֿן צווישן זיך וועגן ווי אַזוי צו לעבן, ווי אַזוי צו דאַווענען, ווי אַזוי מע זאָל פֿילן אַז מע רעדט מיט גאָט, און ווי אָפֿט מע זאָל גײן אויף רײַזעס. (די יונגע לײַט, ווי חסידים און זייער רבנים, ווילן רײַזן זייער אָפט.) ווי ר׳ נחמנס אַנדערע מעשיות, ס׳זענען דאָ לעכער, פֿעלער, אין די מעשה, און אַז מע לייענט פֿרעגט מען וואָס דווקא איז געשען. נאָר דער עיקר איז אין גאַנצן קלאָר: מע זאָל לעבן אָן מורא, און זוכן נישט קיין סיבות צו האָבן מורא. מע זאָל גײען אויף רײַזעס צום צדקן און אים שטעלן די קשיות, און ער וועט געבן גוטע עצות. 

Previous
Previous

Jewish Lives, Jewish Learning

Next
Next

Demonizing Korach