די נײַע ייִדישע קולטור
אין דעם פֿאַרלויף פֿון דער צײַט, האָב איך ביסלעכװײַז פֿאַרשטאַנען װאָס רבֿ האָלאַנדער האָט מיך אָפֿטמאָל באַטאָנט: מע דאַרף אַ נײַע ייִדישע קולטור אין אַמעריקע.
אין אַ זונטיק־שול (דינסטיק) קלאַס בײַ ק׳׳ק בני ישׂראל אין הײַלאַנד פּאַרק, האָב איך געהײסן מײַנע תלמידים, זײ זאָלן זינגען לידער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. פּרעכטיקע לידער זענען אַרײַנגערעכנט אין ישׂראלס געזאַנגען, און אויך אין דער אַלטער הײמס (און אויך דער ראַטן פֿאַרבאַנדס). אָבער נאָך די בערי סיסטערס, גאָרנישט אין אַמעריקע, אָדער כמעט גאָרנישט.
זענענדיק אַרײַנגעטיפֿט אין ייִדישקײט איז אַ מין אויסמײַדן דאָס בלויז פֿון װערטפֿולע קולטורע זאַכן אין די לעצטע צענדליקע יאָרן אין אַמעריקע. אין דער אמתן, ס׳איז יאָ פֿאַראַן גוטע פּאָעזיע, ביכער, געדאַנקן אא׳׳װ דאָ אין אונדזער לאַנד, אָבער װאָסערע װערק דערגרײַכען די הויך פֿון ״ירושלים של זהבֿ״ אָדער ״ מײַן שטעטעלע בעלז״ הײַנטצוטאָג?
נעכטן בײַ נאַכט בין איך געגאַנגען צו ״מחרוזת שבועות״, אַ מסיבה און קאָנצערט און פֿאָרשטענונג אין דאַונטאַון, װאָס איז פֿאַראָרגאַניזירט געװאָרן דורך שעלי באַדעל און ליװיאַ האָװערד־ישר. אַ סך אַלטע און נײַע חבֿרים זענען בײַגעװען, אויספֿירערס און פּובליקום. יהושע צײַטלין, קאָרי פֿאָגעל, אַלאַן ניקו און אַנדערע זענען געװען פֿאַרטרעטער פֿון אַן אַװאַנט־גאַרד־באַװעגונג מיט װעמען איך האָב זיך באַגעגנט איבער דער צײַט בײַ דער נסתר. איך האָב באַקומען אַזאַ טיפֿער רושם פֿון די באַמיונגען צו פֿאַרזאַמלען די סאַמע העכסטע טאַלאַנטען אין שטאָט אין אײן נאַכט, אין אײן אָרט.
עס שטעלט זיך די פֿראַגע, קען מען אַנטװיקלען אַ נײַע ייִדישע קולטור? איך מײן אַז דער ענטפֿער ליגט אין דער מעגלעכקײט אויסצוהאַלטן צוטריטלעכע בילדונג און ערטער פֿאַר שעפֿערישקײט. די װאָס האָבן די פֿאַרשטאַנד אָפּצושאַצן פלעצער און לערערס אין אונדזער קהילה װײסן װאָס פֿאַר אַ װאָגיקײט פֿאַרמאָגט אַזאַ שליחות: אויב עס װאָלט נישט געװען קײן נײַע קולטור, עס זאָל נישט זײַן אַ ייִדישע צוקונפֿט, װײַל ס׳איז נישט מעגלעך פֿאַר יונגע מענטשן זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט אַלטמאָדישע אָדער מיט געקינצלטע אויסדרוקן פֿון ייִדישקײט.
מיט ״מחרוזת״ און אַנדערע פּראָיעקטן, דער נסתר בתוכם, קען מען דערפֿילן די פּועלי־יוצאס פֿון שטעלן אַ בינע פֿאַר די נײַע קינסטלער. שוין איז פֿאַראַן אַ פֿאַרברײטערונג װאָס האָט צוגעצויגן יונגעלײַט. מע װאַרט אויף נאָר דער הסכּמה פֿון די גבֿירים, אַז ייִדישקײט זאָל לעבן װײַטער, שטאַרקער, און נישט צוגעטײלט צװישן פּאָליטישע לאַגערס.
