אַ בריװ פֿון רומאַניע

איך שרײַב אײַך איצט אַ בריוו פֿון רומאַניע. נאָר עפּעס אַ בריוועלע, אַז איך בין זייער מיד. מיר מאַכן קורסן פֿון 9 א׳׳ז ביז 6 יעדן טאָג, אין גאַנצן אויף ייִדיש, און צוליב מײַן נעבעכדיקע שוואַכקײַט דאַרף איך אַ ביסלֹ מער שלאָפן ווי עס איז מעגלעך. אָבער איך וועל פּראָבירן עפּעס צו זאָגן וועגן וואָס איז שוין געשען דאָ אין קלויזנבורג.

די פּראָגראַם האָט צונאויפֿגעבראַכט 60 סטודענטן פֿון אַריבער דער וועלט און בערך 10 לערערס פֿון אַריבער דער וועלט. איך מיין אַז די מערהײַט זײַנען געקומען פֿון אײראָפּע. ס׳איז זייער אינטערעסאַנט צו הערן וועגן די אַנדערע סטודענטן וועגן לערנען זיך ייִדיש, ווײַל אין אײַראָפּע די ייִדישע קהילה איז זייער אַנדערש ווי אין אַמעריקע. איך האָב גערעדט מיט מענטשן וואָס האָט נאָר איין ייִדישע באָבע אָדער זיידע, אָבער זיי האָבן זייער אַ שטאַרק געפֿיל פֿון פֿארבינדונג מיט ייִדישע רעליגיע און געשיכטע, און זיי פֿירן וויכטיקע באַוועגונגען און ייִדיש קולטורפראָיעקטן אין זייערע שטעט, צ׳׳ב זיי רעסטאַווירירן דעם ייִדישן בית–העולם אין וואַרשע. אין אַמעריקע, אַ מענטש וואָס איז נאָר האַלב אָדער אַ קוואַרטל ייִדיש מעג נישט זאָגן אַז מע איז טאַקע אַ ייִד, אָבער דאָ אין אײראָפע איז עס וויכטיק אַז מענטשן מיט נאָר אַ קליינע פֿאַרבינדונג מיט דער קולטור זאָלן פֿירן פראָיעקטן אַז די קולטור און געשיכטע זאָלן בלײַבן לעבנדיק.

עפּעס אַ ביסל מאָדנע איז געשען מיט זיך אַלײן די וואָך: איך האָב אַנטדעקט מײַן אינטערעס אין קריסטלעכקײט. װען איך בין ערשט צוריקגעקומען אין קליוזנבורג ס׳איז געווען זונטיק נאָכמיטאָג. נאָך װאָס איך האָּב באַזוכט מײַן צימער און געשטעלט דעם טשעמאָדאַן, האָב איך געוואָלט גיין אין די קירכן וואָס איך האָב שוין באַזוכט װען איך בין געווען דאָ אין שטאָט אין זומער. איך בין געפֿאָרן מיטן טראַם אין דער אַלטע שטאָט און געגאַנגען אין די קירכן, און איך האָב געפילט אַ מין היימסגעפֿיל, אַזוי ווי איך בין געווען אינעווייניק אַזוי פֿיל מאָל אין מײַן לעבן. באמת איז עס געווען נאָר דאָס צווייטנס.

יעדער טאָג, ווי איך האָב געזאָגט, מיר גייען אין שפּראַכקורסן און דערנאָך הערן מיר לעקציעס וועגן טעמעס אין סאָוועטישער און מיזרח–אײַראָפּעישער ייִדישער ליטעראַטור. מיר האָבן\ געהערט  אַ סך וועגן דער נסתר, דוד בערגעלסאָן, און די אַנדערע בארימטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבערס. מיר קוקן טיפֿער אַרײַן אויף די באַזישע מעשות וואָס מיר האָבן זיך געלערנט וועגן ייִדיש אינעם סאָוועטישן פֿאַרבאַנד. איך האָב געהערט דינסטיק פֿון אַ פאָרשער וואָס האָט דערציילט אונדז אַז ייִדישע שרײַבערס ווי דער נסתר, בערגעלסאָן, און אַנדערע האָבן געמאַכט רײַזעס קיין ביראָבידזשאַן, און געשריבן וועגן דער באַן וואָס גייט אַהין און וואָס זיי האָבן געזען אינעם שטאָט. מיר האָבן אויך געזען אַן אינטערוויו מיט יחיאל שרײַבמאַן וועגן זײַנע שווערע יאָרן נאָכן מלחמה װען ער איז צוריקגעקומען אין קישינעוו. ער האָט געהאַט מזל אַז זיי האָבן אים ניט גענומען אין תפיסה, אָבער ער האָט יאָ געחושכעט, און אינעם אינטערוויו האָט ער געזאָגט אַז ער וויל ניט רעדן וועגן דאָרט. מיר וויסן נאָר אַז ער איז ניט געווען אינעם פֿאַראיין (פֿאַר וואָס מיר וויסן ניט,) און צוליב דעם האָב ער ניט געקענט עסן און ער איז ניט אָפֿט אַרויסגעקומען פֿון דער היים. 

עס איז דאָ זיכער מער צו דערציילן וועגן וואָס איך לערן זיך דאָ און איך וועל אין די קומענדיקע וואָכן. יעצט אָבער איך מוז שלאָפֿן. זונטיק פֿאָרן מיר קיין סאַטו–מאַרע.

Middle right: is a view of the city with Casa Transit, a former synagogue and current cultural center, in the foreground.

Middle left: shows the group looking at the synagogue on their walking tour through the city.

Far right: the cemetery mentioned in the article.

Far left: a snowflake shaped like a magen david that fell ominously onto Malke's sleeve as she took a walk with friends during sunrise. Crows were circling overhead in that moment, as if they carried a message from gehenna. 

Previous
Previous

Wonders of Creation

Next
Next

The Gate of Abstinence