אַ צװייטן שאַנס

ס׳איז אַ דאָרן שוין באַגראָבען יאָרן לאַנג אין מײַן באַװוסטזײַן, אַז איך בין נישט געװאָרן אַ חזן. יאָ, איך זינג שבתים און יום־טובֿים, אָבער איך קען נישט לײענען די נאָטן פֿון מוזיק. איך הער מײַן אײגענער שטים פֿון מאָל צו מאָל, כּמעט גרײט צו זינגען אויף די מדרגות פֿון חזנים פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה. 

אין אוניװערסיטעט, אַ באַקאַנטער האָט מיך געעצהט אַז איך זאָל װערן אַ חזן, נישט קײן רבֿ. איך האָב דעמאָלט עס גערעכענט פֿאַר אַ באַלײַדונג. פֿאַרװאָס נישט קײן רבֿ? איך בין נישט גוט גענוג, קלוג גענוג? 

מײַן ייִדיש־לערער אין מיטל־שון איז געװען אַ חזן פֿון פּוילן, הרבֿ החזן דוד קײן א׳׳ה. איך האָב געשעפּט יניקה פֿון זײַן בײַקול, פֿון זײַן באַגײַסטערונג, און אַל דאָס גוטס. איך האָב זיך באַװיזן אין זינגען פֿאַר שולן יומים־נוראים יעדעס יאָר זינט דען. איך האָב נישט פֿאַרפֿאַלן קיין יום־כּיפּור. אַ מאָל װען איך האָב אַנטלאָפֿן פֿון אַ הוראַקאַן אין צפֿון קאַראָלינע ראש־השנה, האָב איך געטאָן יום־כּיפּור אין מײַן הויז פֿאַר דער משפּחה.

לויט מײַן מײנונג, בין איך לײַדער נישט מצליח סײַ װי אַ רבֿ סײַ װי אַ פֿאַרװאַלטער פֿון אַ שול. יאָ, דער נסתר איז געװאַקסן, אָבער עס פֿעלט מיך דאָס געפֿיל פֿון הצלחה רבה. עס קומט מיר נישט נאַטירלעך צו טוען אַזעלכע פֿאַכן. מסתמא זאָל איך פֿירן דער נסתר אַזש ביז אַ געװיסן מאָמענט — נאָך דעם, שטעל איך זיך פֿאָר, װעל איך געבן אַ געלעגענהײט פֿאַר אַ פֿייקן מענטש צו פֿירן אונדזער אַנשטאַלט.

איך שרײַב אַזוי װײַל איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אַ לעגענדע, אַ גאון אין חזנות בײַ אַ זינגערײַ. דער חזן הערשל פֿוקס האָט מיך אויסגעהערט אַ ליד, ״װוּ איז דאָס געסעלע״ (דרך אַגבֿ, װעגן דעם איז געװען מײַן ערשטער אַרטיקל בײַם פֿאָרװערטס. אַ דאַנק דזשאָני מאַטיס!). חזן פֿוקס, װאָס האָט אָנגעהויבן סקעפּיש, איז געװאָרן פּאָזיטיװ־געשטימט לגבי מײַן שטימע. מיר האָבן שוין קומיניקירט דורך אַנדערע קאָלעגן אַז איך װיל זיך אויסלערנען חזנות מיט אים. אָבער דעמאָלט איז ער געװען זיכער, איך זאָל װערן זײַנער תלמיד (נאָך סוכּות אַװדאי). 

ער רעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש — דאָס איז אויך מיר װיכטיק. ער האָט געאַרבעט מיט די גרעסטע שטערן אין יידישן טעאַטער (דזשיגאַן אַפֿילו!) איך מײן אַז דאָס איז אַ צװײטן שאַנס. השם יתברך צו דאַנקען.

Previous
Previous

Shtetls in Maine

Next
Next

Looking Inside